12 און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס.
דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן; איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?
און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן.
באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל?
און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען?