4 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר הערט און זעט:
און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן?
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט;
און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט.
און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת.
גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין.
איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.