30 מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג!
אין יענער צייט איז יהושע/ישוע א שבת געגאנגען דורך די קארנפעלדער; זיינע תלמידים אבער האט געהונגערט, און זיי האבן אנגעהויבן אפצורייסן זאנגען, און צו עסן.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן?
ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;
ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד;
צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.