2 ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים.
און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות.
מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.
און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל;
דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט?
ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט.
הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן,
און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע;
ווען דעריבער דער האר האט זיך דערוואוסט, אז די פרושים האבן געהערט, אז יהושע/ישוע מאכט און איז טובל אין דער מקווה מער תלמידים ווי יוחנן—