און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק.