Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 10:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 10:7
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!


און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט.


דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות.


וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!


און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,


די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.


און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.


און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.


האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


ווייל זיי זענען געווען זייער אויפגעבראכט צוליב דעם, וואס זיי לערנען דאס פאלק און זאגן אָן תחית המתים דורך יהושען/ישוען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ