34 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען, כדי צו ברענגען שלום אויף דער ערד. איך בין נישט געקומען ברענגען שלום, נאר א שווערד.
די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.
און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.
(און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען די יידן אוועקגעגאנגען, האלטנדיק א גרויסן וויכוח צווישן זיך.)
און עס איז ארויסגעגאנגען אן אנדער פערד, פייער רויט; און דעם, וואס איז געזעסן דערויף, איז געגעבן געווארן אוועקצונעמען דעם שלום פון דער ערד, און אז מען זאל זיך הרגענען איינס דאס אנדערע; און עס איז אים געגעבן געווארן א גרויסע שווערד.