24 א תלמיד איז נישט איבער זיין רבין, און א קנעכט נישט איבער זיין האר.
עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!
דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער.
באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט.
געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן.