20 מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.
מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם.
דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)
דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!
ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן.
ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים,
און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן:
דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל,
און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך;
און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.
צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.
ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)