19 ווען זיי וועלן אייך אבער איבערגעבן, זאלט איר נישט זארגן, ווי אזוי אדער וואס איר האט צו רעדן;
אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?
דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן?
זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.
און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;
ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן.
און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.
אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.