10 נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז.
און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק.
און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל;
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן!
און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.
דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן.