און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק.
נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.