24 און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב;
זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן, און געבוירן א זון, און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל, (ישעיהו ז, יד.) וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז.
און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.
איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך.
און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.
און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט: