23 זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן, און געבוירן א זון, און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל, (ישעיהו ז, יד.) וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז.
און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב;
און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?
און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.
און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;
וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז?
צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.
ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.
דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.
זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.