Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 1:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 1:20
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.


און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין.


און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.


ווען אבער הורדוס איז שוין געווען טויט, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך אין א חלום צו יוספן אין מצרים,


נאר הערנדיק, אז ארכעלאוס קעניגט איבער יהודה אויפן ארט פון זיין פאטער הורדוס, האט ער זיך געפארכטן דארט אהינצוגיין; און נאך דעם ווי ער איז געווארנט געווארן אין א חלום, איז ער אוועק אין די מקומות פון גליל,


און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!


און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן.


און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן.


און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך);


און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:


לאמיר זיך משמח זיין און פרייען, און אים אפגעבן כבוד; ווייל עס איז געקומען די סעודות נישואין פון דעם לעמעלע, און זיין ווייב האט זיך צוגעגרייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ