Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 1:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע, וואס ווערט גערופן משיח.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 1:16
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן,


האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!


דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח.


און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.


דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח?


זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!


צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.


צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים.


און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט.


און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.


און יהושע/ישוע אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי,


און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון?


זאגט צו אים די פרוי: איך ווייס, אז דער משיח קומט, (וואס הייסט געזאלבטער) ווען ער וועט קומען, וועט ער אונדז אלץ זאגן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ