62 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!
ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר,
ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען.
און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)