Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 9:51 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

51 און עס איז געשען, ווען די טעג זענען דערפילט געווארן, אז ער זאל ארויפגענומען ווערן (זיין העלייה השמימה), האט ער פעסט אנטשלאסן געווענדט זיין פנים צו גיין קיין ירושלים,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 9:51
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן!


און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים.


און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל.


און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)


און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען.


און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.


און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.


און בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין.


און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.


איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.


און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו?


און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר!


און וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען?


ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;


און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.


וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען,


איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע.


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.


וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)


וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ