50 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך.
ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט.
און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר‑נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל?
און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי!
יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך.
ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר.
ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט.
קיין קנעכט קען נישט דינען צוויי הארן; ווארום אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן און דעם אנדערן ליב האבן, אדער ער וועט זיך באהעפטן צו איינעם און דעם אנדערן מבזה זיין, איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון!
דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.