4 און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער.
און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק.
און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט.
און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.
און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי.
און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.