3 און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.
און ער האט גערופן צו זיך די צוועלף, און האט אנגעהויבן זיי ארויסצושיקן צווייענווייז, און זיי געגעבן מאכט איבער די אומריינע גייסטער;
און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
און אויב ה׳ קליידט אזוי דאס גראז אויפן פעלד, וואס היינט איז עס און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וויפל מער אייך, איר קליינגלויביקע!
און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן!
און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש).
און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער.
קיין זעלנער פארוויקלט זיך נישט אין די עסקים פון דעם לעבן; כדי ער זאל וואוילגעפעלן דעם אפיציר,