24 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען.
ווער עס געפינט זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; און ווער עס פארלירט זיין לעבן פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס געפינען.
ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן, און ווער עס וועט עס פארלירן, דער וועט עס לעבעדיק דערהאלטן.
דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן.
פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים;
און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.
האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.