Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 9:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 9:2
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: אויף קיין וועג פון די אומות (העולם) זאלט איר נישט גיין, און אין קיין שטאט פון די שומרונים זאלט איר נישט אריינגיין;


ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.


און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.


און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,


און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען.


אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט.


און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!


די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.


די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ