18 און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין?
און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
דאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת‑שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן.
און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים!
און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט,
און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳.
און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.
און עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן.
און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס.