Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 9:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 9:11
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,


און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.


דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות.


הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע;


און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים,


און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.


און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה.


דער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט.


און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.


אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן?


אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.


ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.)


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ