50 און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן!
יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר!
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳,