49 בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין.
נאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה!
בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן.
און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס,
און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן!
איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;