44 איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט.
און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת.
און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש.
און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.
און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.
און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.
און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
און דער, וואס איז געהיילט געווארן, האט נישט געוואוסט, ווער עס איז; ווארום יהושע/ישוע האט זיך אוועקגעקערט, מחמת עס איז געווען א המון מענטשן אויף דעם ארט.
אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס.
אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי.