42 ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.
און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר.
און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז.
און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט דורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט;