40 און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים.
און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין.
דוד אליין רופט אים האר, און פונוואנען איז ער זיין זון? און דער גרויסער עולם מענטשן האט זיך גערן צוגעהערט צו אים.
און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.
און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.
און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד.
און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;
קער דיך אום אהיים און דערצייל, וואס ה׳ האט דיר געטאן, און ער איז אוועקגעגאנגען און האט באקאנט געמאכט איבער דער גאנצער שטאט אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן.
ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.
דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.