Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 8:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 8:22
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן.


און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים.


און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.


און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן.


און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט.


און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;


בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה.


און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן.


נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה).


און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ