Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 8:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 8:21
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר!


דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.


דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.


און מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען.


אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער.


און וועל זיין צו אייך א פאטער, און איר וועט זיין צו מיר זין און טעכטער, זאגט דער האר (ג‑ט), דער אלמעכטיקער. (ירמיהו לא, ח; לב, לח.)


זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.


אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.


געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ