Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 7:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 7:6
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.


און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!


און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים;


ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.


צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן!


בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין.


ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.


דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.


גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ