5 ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.
און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים;
איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;
ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.
מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.