41 א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק.
ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק!
און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן?
און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
אבער דער, וואס האט נישט געוואוסט, און האט געטאן דאס, פאר וועלכן ער איז חייב שלעק, וועט ווייניק געשלאגן ווערן. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבן געווארן, וועט א סך געפאדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האט א סך אנפארטרויט, וועט מען מער פארלאנגען פון אים.
אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים?
און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!
צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;
די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן,