Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 7:40 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

40 און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 7:40
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און גלייך איז ער צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: שלום, רבי! און האט אים געקושט.


א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער?


און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?


יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער?


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע;


ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט.


אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.


א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק.


איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.


יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?


איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ