4 און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים;
און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק.
און אויב דאס הויז איז ראוי זאל אייער שלום קומען דערויף, אויב אבער עס איז נישט ראוי זאל אייער שלום זיך אומקערן צו אייך.
די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט;
און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם.
ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.
א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.
נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי.