21 און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן.
און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
און ווען די מענער זענען געקומען צו אים, האבן זיי געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה האט אונדז געשיקט צו דיר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
ווארום וועמען דער האר (ג‑ט) האט ליב, דעם מוסרט ער, און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן. (משלי ג, יא-יב.)