2 און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.
און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!
נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר‑נחום.
און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם.
ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.
און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,
און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען;
און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!
און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.
און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.
און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך.
נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד;
איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר;