Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 7:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 7:16
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.


די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.


און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.


און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.


און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן.


געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,


און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!


און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן.


און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;


און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!


און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!


און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער.


אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.


און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק.


און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.


און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.


און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?


זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.


ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.


און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.


און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.


דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.)


און האבן פארהעלעכט ה׳ צוליב מיר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ