14 און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף!
און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף!
און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער.
און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל.
באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.
ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש.