Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 7:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 7:12
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן.


און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!


ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.


און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר.


און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.


און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.


און ער האט איר געגעבן די האנט און זי אויפגעשטעלט, און גערופן די קדושים און די אלמנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי א לעבעדיקע.


א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ