10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.
דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.
און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן.
און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה!