41 און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג?
משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן.
און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן.
דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער.
וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג.
און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין.
דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;
ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען.