39 און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב?
און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;
לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין.
איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער,
שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.