34 און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען.
גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע.
איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.