30 גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק.
פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.
איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך!
פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.
ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק.
און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי.
גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.
זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט.