3 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים?
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה,
און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.)
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן:
און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן.
צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.)