29 דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק.
דאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן;
און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן?
גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק.
און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול?
אבער דער כהן גדול חנניה האט באפוילן די, וואס זענען דארט ביי אים געשטאנען, אים צו שלאגן אויפן מויל.
ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים;
איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן?
ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין.
ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום.