27 צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך;
און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג.
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)
וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.
איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.
דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.
פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא.
און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.
זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.
געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.